משנכנס אדר מרבין בשמחה:
עס איז חודש אדר אויף דער וועלט…
מען איז ב"ה שוין כמעט ארויס פונעם לאנגען שווערן קאלטן ווינטער, יעדער אטעמט אפ, מען האט אריינגעטרעטן מיטן רעכטן פוס אין "חודש אדר", בכל תפוצות ישראל ווי נאר עס וואוינט א איד, בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע, וואס עס קומט חודש אדר ווערט א אנדערע וועלט, די לופט איז א אנדערע לופט, ס'איז א "אדר לופט", און מען דארף דאס נישט מסביר זיין, קינד און קייט ווארטן שוין אויף דעם פרייליכן חודש, אנגעהויבן פון די קינדער אין חדר, ווי יעדער פאנטאזירט שוין איבער וואס מען גייט זיך פארשטעלן, אזוי אויך ביי די מער עלטערע, א גאנץ יאר קוקט מען ארויס אויף חודש אדר מען זאל אביסל קענען זיך ערלויבן צו זיין אביסעלע ברייטער, אביסל זיך ערלויבן ארויפצוברענגען א שמייכל אויף די ליפן, מען איז מרבה בשמחה אזוי ווי חז"ל האבן אונז געהייסן, אפילו די מענטשן וואס זעלטן וואס מען זעהט זיי שמייכלען און פאבליק, וועלן אין חודש אדר זיין אביסל מער אפן און ארויסווייזן אביסל שמחה'דיגע געפילן, וואס הייסט?, עס איז דאך חודש אדר….!
אבער עס זענען דא מענטשן וואס וואוינען אין דעם "פלאנעט" אויף דעם עולם העשיה, וואס ליידער אטעמען זיי נישט די "אדר לופט", די גאנצע אדר אטמוספער איז בכלל נישט אנגעקומען צו זיי, זיי זענען אט די אחב"י וואס מן השמים האט מען צוגעפירט אז זיי זאלן זיך געפונען ליידער אין תפיסה, דארט הערשט בכלל נישט דער גאנצער מושג פון חודש אדר, זיי לעבן אין א וועלט וואס מען האלט אין איין דערנידערן, און חודש אדר זעהן זיי די זעלבע וועכטער, זיי הערן די זעלבע געשרייען, זיי באקומען די זעלבע סטראשונגען, מען באווארפט זיי טעגליך מיט די זעלבע קללות וכדו', וויאזוי קענען מיר ארייברענגען אביסל שמחה און זייער טורמע צעל?
יא, עס איז דא א מעגליכקייט…!
ווען מען שטיצט זיי מיט אביסל געלט, קען מען זיי העלפן, ווייל מיט די געלט קענען זיי באקומען פארשידענע ארטיקלען אינעם "קאנטין" פון די תפיסה, זיי קענען זיך מער פארבינדן מיט די דרויסענדיגע וועלט, זיי קענען אויך האב די הנאה פון שיקן "פורים געלט" פאר זייערע נאנטע, יא ווען דער ארעסטאנט זעהט אז אידן לייגן אריין געלט אין זייער אקאונט איז דאס איהם גורם א שמחה אויך דארט אינעם פונסטערן מצב!
זיי מקיים דעם מתנות לאביונים מיט די גרעסטע מדריגה פון צדקה